top of page

...אוועק אוועק

  • ענדע
  • Oct 24, 2017
  • 1 min read

אוועק אוועק...

פארשלאסן, פארכאפט שטויסט, קלאפט אין נעץ געוועב געפלאכטענע קלעב צו איך געווין אדער די שפין? א שטויס, א ריק א שאקל, א פליק מיט איין זעץ ארויס פון נעץ פליעט מיט שרעק אוועק אוועק... * אהער אהין, רעכטס לינק שלעפט, שטופט, שרייט, וואונק אריין מער ארויס גאר שווער רעדער צוויי באגראבן אין שניי א שאקל, א פליק די גאז א דרוק ווי אן אויגנבליק אויפאמאל ארויס פון טאל רייזט מיט שרעק אוועק אוועק... * פארמאכטע ריגל קאלטע ציגל מויערן, גראטעס מייזן, לאטעס קיין גליד רירן פארשלאסענע טירן קאפען, זעצן, שטופ א שטויס שלעפן רוקן, קיין וועג ארויס א ריק מיט קראפט א לאך עס שאפט אנטלויפט מיט שרעק אוועק אוועק... * שאקלט שלעפט, פלאטערט שפרונגט די מצב ענג, אין בלאטע זונקט איר אייגן זיגל מיט שנאבל, פליגל מלחמה פירט קאמף פלאנירט א געזונטע שטויס געראטעוועט ארויס מיט לעצטע כח די פליגלען הויעך זי פלאטערט מיט שרעק אוועק אוועק... * שיעבוד, פיין קלעם, געוויין אין בלוט פארטינקען טומאה איינגעזונקען באו-מים-עד צרות, לייד מיט שטעקן, פעקל מצות זעקל רויט בלוטיגע שוועל בחפזון, שנעל גרייט, מען שטייט מען גייט מען גייט פאראייניגטע כח דערהייבן הויעך טומאת מצרים געווען מסיים ארויס אן שרעק אוועק אוועק... * בחזפון, שנעל זיך געבן א שטעל זאגן ניין! נישט ווייטער גיין אן טענה'ריי זאג, איך גיי! דעם יצר'ס נעץ איין געזונטע זעץ דיין אייגענע כח דערהייבן הויעך אנטלויפן אן שרעק אוועק אוועק...


Comments


©Endetzadick

bottom of page