top of page

אבער טאטי, וואו איז ער?

  • ענדע
  • Oct 24, 2017
  • 8 min read

אבער טאטי, וואו איז ער?

די טיר האט זיך פארקלאפט און פון זיינע פארטרערטע אויגן האט זיך ארויסגעגליטשט א טרער. * שפעט נאכמיטאג אינעם פארנומענעם ערב פסח. די זונען שטראלן ווארפן שוין זייער שאטן פון מעריב צו מזרח, די ערב פסח מצות ליגן שוין אויפן שענקל אוועקגעלייגט, די חרוסת געמיש איז נארוואס פארטיג געווארן, און אן אנגענעמע גערוך פון גוט פארברענטער זרוע פאדערט איין די קול פונעם סמאוק אלארם וואס צופייפט זיך יעדע עטליכע סעקונדן נאכאנאנד. קינדער - רוף איך אויס מיט עקסטאז - יעצט גייט מען זיך שיין אראפלייגן, ווער עס וועט שלאפן וועט קענען אויפזיין די 'גאנצע' סדר. און וועט קענען גנב'ען די אפיקומן! "אויך גיי איך זעהן אליהו הנביא - לייגט מיין קליינער צו - מיין רבי האט געזאגט אז אליהו הנביא גייט קומען צו אונזער הויז". יא שעפעלע, אז דו וועסט שיין שלאפן וועסטו האבן כח אויפצוזיין ביי שפוך חמתך. קיין סאך צייט איז שוין נישט געבליבן נאכן קורצן דרימל, די קינדער האבן זיך דערוועקט איינער נאכן אנדערן, און די געלויף האט זיך ווידער אנגעהויבן, די בלעך, די שבת זייגער, די אפגעריסענע זילבער פאפיר, די לעכט, מה נשתנה, יקנה"ז, ארויסנעמען די מאסט, די זמן האט זיך פאראויס גערוקט מיט ריזיגע טריטן, און פאר וואס ווען האט זיך די שטימע פונעם שבת פייפער געלאזט הערן. די גאנצע ערב פסח פרעשור האט געפלאצט מיט א זעץ! א רואיגקייט האט באהערשט די שטוב. די קינדער גייען איינער נאכן אנדערן א קיש טאהן פאר די מאמע אין די הענט, און די פלינקערע לויפן דערנאך ארויסנעמען די פסח'דיגע מחזורים, ווען די פריש גלאנציגע שיך הילכן אפ אויפן קאפ פונעם אונטערשטן שכן. די פענסטער פון אלע הייזער ארום זענען אפן, ליכטיגע שיינעדיגע טשילארס הענגען איבעראל, אלעס גלאנצט, שפיגלט, דערציילט מיר שטיל איבער דעם געהויבענעם יו"ט אין וואס אידישע קינדער זענען נארוואס אריינגעטראטן. די בית המדרש איז ריין, א וואונדער פאר זיך. די אויל אויף די פאדלאגע איז שוין האלב פארטרוקנט לאזנדיג די מענטשהייט רואיג שפאצירן דערויף אן קיין חשש נפילה. נאך מנחה און עלינו הערט זיך די שטימע פונעם חזן 'ברכוווו את ה' המבויייייראאאאך' אההה די יו"ט מיט איר פולע הייליגקייט צוגייט אין אלע גלידער 'ואמונה כל זאת' 'הפודינו מיד מלכים' 'העושה לנו נסים ונקמה בפרעה' די טעגליכע פשוטע ווערטער שרייען און טייטשן זיך פון זיך אליין, די זעלבע שווארצע אותיות שיינען היינט ארויס פונע סידור מיט א ספעציעלע העל-גאלדענע-קאליר. די געפיהל שטורעמט און דאנקט ווען דער 'אשר קדשנו במצותיו וצונו לקרוא את ההלל' קלונגט אפ מיט איר הילכיגע קול ווי אן איילאדענונג און איינלייטונג צום גרויסן נאכט וואס ווארט אונז אפ. א אור וואס וועט ממשיך זיין גאנצע אכט טעג, און איר השפעה וועט זיך דערקענען אויפן גאנצן קיילעכיג יאר. אט קומט די טאטע אהיים פון שוהל און טוט זיך אן דעם ווייסן קיטל, די ביז יעצטיגע יו"ט שטימונג העכערט זיך מיט א דרגא, און דאס מלכות ווערט ערגענצט. אויבן אן ליגט דער הערליכער היסב בעט, די גלאנציגע פסח סעט און די זילבערנע סוואראווסקי שטיינער (פיינעלי ווייסט שוין איינער וואס דאס איז?) שימערירט אירע שטראלן אויפן ארום, די זילבערנע אויסגעפוצטע קערה פינקלט איר שיין אין פולן פראכט. די כוסות, הגדות, קישענעס, מרור, וויין, אלעס ווערט געשטעלט אין פלאץ. די קינדערליך פרובירן זיך איינצוהאלטן נישט זיך צו קריגן, און די עלטערן נישט זיך צו בייזערן. אט אט הייבט מען שוין אן דעם סדר. א סדר אויף א גאנץ יאר. דארט ביים עק טיש נעבן די לייכטער ליגט א שיסעלע מאנדלען, כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן, עס ווארט פאר זיי א רייכע לאנגע נאכט, נאר ביי שולחן עורך זאלן זיי נישט אנטלויפן. יעדע קינד מיט זיין אייגנארטיגע הגדה'לע אויף וואס ער האט אזוי שווער געארבעט, אויסגעהערט פון זיין רבי די שיינע מעשיות, די דראמאטישע מכות, די אויסטערלישע ניסים, די הייליגקייט פון די סדר נאכט, דאס אלעס שפילט זיך יעצט 'עכט' אפ פאר זיינע אויגן, יא, די טאטע האט טאקע א ווייסע קיטל, די מצות, די כרפס, אלעס אלעס. שפאנונג וואקסט. אט אט האלט מען שוין ביי מה נשתנה ווען ער וועט קענען אליינס זאגן פאר יעדעם איינעם די מה נשתנה און נישט פארגעסן צו דרייען די פינגער, ביי שעעעבכאל הלילות. והיה כי ישאלך בנך, והגדת לבנך, אלעס דרייט זיך ארום די קינדער, די קינדער פרעגן, די קינדער הערן, די קינדער זאלן נישט איינשלאפן, די קינדער זאלן פארשטיין. אריינפרעגלען אמונה, אמונה פשוטה, אלעס וואס א קינד דארף וויסן און פארשטיין איבער אונזער הייליגע אמונה, אונזער רייכע היסטאריע, היינט מעג ער פרעגן, היינט מוז איהם די טאטע ענטפערן. די יחץ איז געלונגען, עס ליגט שוין אינעם זעקל, די קינדער האלטן שוין א כיטערער אויג דערויף. די הגדה פארט ב"ה געשמירט, מען האלט שוין ביים צווייטן כוס, וכאן הבן שואל, יא, מען קען בעטן פון באשעפער וואס מען דארף און וויל, השי"ת פירט אויך דעם סדר, און ער האט אויך קינדער, זיינע אידישע קינדערליך, און זיי פרעגן אויך, און בעטן אויך, טאטע זיי משפיע אלעס גוטס. די קינדער זאגן די מה נשתנה יעדער מיט זיין נוסח, ניגון, און מען זאגט שוין ווייטער די הגדה. די מכות, דצ"ך עד"ש באח"ב, מען גיסט וויין, ס'טוט זיך, די קינדער לעבן, איינער גייט ארום צוזאמנעמען די אויסגעגאסענע וויין, איבערלאזנדיג בלית ברירה דאס וואס האט זיך געגאסן אויפן קיטל און העמד אנשטאט אינעם טעצל, די קינדער מישן שוין שטילערהייט די בלעטער צו קוקן ווי ווייט מען איז נאך פון צפון. פסח מישט מען זיך נישט, אבער ביי 'דיינו' מישט מען אינעם דמיון פרעה מיט א גלח, אלעס איינס. 'ביז גאל ישראל', "רחצה". נישטא קיין סאך צייט, די זייגער לויפט שנעלער ווי די מויל, אט אט איז שוין חצות אליינס נישט כחצות, און מען דארף נאך אניאגן א שיין ביסעל מצוות. די סדר שפאנט ווייטער מיט שנעלע טריטן, מען טיילט אויס די כזתים, מרור, כורך, אט האלט מען שוין ביי שולחן עורך. אופס, א לעפל איז אראפגעפאלן... שוין, לייג עס שנעל אין די ספעציעלע אראפגעפאלענע-לעפלעך-לעדל, און ברענג אריין די זופ. די קינדער האבן שוין נישט קיין אפעטיט נישט צו די פיש און נישט צו די פאלטשע, אט אט איז שוין צפון. די זיייגער קלאפט דריי מינוט צו חצות. "צפון". העעע, פון אלע זייטן לויפן קינדער מיט פרייליכע פנימ'ער, זיי ברענגען מיט זיך די באהאלטענע אפיקומן, מיט אפענע הנאה און נצחון געפיהל. טאטי איך דארף א נייע בייק, טאטי איך דארף א טאשן זייגער, איך דארף א סעט משניות. די מיידלעך מיט זייערע זייגערס און סטעישאנעריס, אלעס בעהט. ס'שפעט, מען וועט זעהן חול המועד אי"ה. גיבט אהער די אפיקומן, שנעל שנעל. א גלייך אויס דעם היסב בעטל, די קישענעס, א האנטוך, מען לאנט זיך אן אויף די לינקע זייט. ווי בני מלכים עסט מען די הייליגע מיכלא דאסוותא, שישו מעי, די הייליגע אפגעהארעוועטע מצה, אליינס געשוויצט, געמאלן די ווייץ, געבאקן, אלעס מיט הייליגע כוונת לעשות נחת רוח ליוצרי, די העכסטע שענסטע און בעסטע, די הייליגע מצה גייט אריין און ווערט אן עצם מעצמי, א שטיק קדושה פולט אן דעם חומריות'דיגן נפש. טאטי, ווען גייט מען שוין עפענען די טיר פאר אליהו הנביא? נאך אביסעל שעפעלע. ביסט שוין אביסעלע מיד מיין איך. אפשר גייסטו שוין שלאפן? ניין. איך וויל עפענען די טיר. די קינדער עסן דערווייל רואיג די סעודה, א רואיגקייט נאכן שטורעם, און די טאטע פארציילט אביסל איבער סיפור יציאת מצרים, די וואונדערליכע ניסים, די פרעה-מיט-פידזשאמעס סצענע און די נאכפאלגנדע יציאת מצרים. עטליכע קינדער הייבן אן ווערן מיד, די אויגעלעך הייבן זיך אן קלעבן, און צוביסלעך שארן זיך די קלענערע אריין אין די שטובער, די מידעקייט טוט דאס זייניגע. אבער נישט מיין קליינער, ער ווארט. דער זייגער גייט זיך זיין ריטמישן וועג, אט ווייזט שוין די זייגער אויף נאך צוויי אזייגער, "ברך" מען גיסט אן דעם דריטן כוס און מען בענטשט. די שטוב ווערט שטיל, די אויפגעבליבענע קינדער שטעלן זיך אויף די פלעצער מיט ערנסקייט, אט נעמט די התרוממות'דיגע סדר א שטאפל ארויף. מען נעמט דעם ריזיגן כוס של אליהו, א הויעכע זילבערנע בעכער מיט איר הערליכע געבלומטע טעצל פון אונטן, דאס וואס די מאמע האט ספעציעל אויסגעפוצט עס זאל זיין א כבוד פאר אליהו הנביא זכור לטוב. פון קאך ברענגט די טאטע אריין די ספעציעל טייערע וויין, דאס וואס מען נוצט נאר פארן כוס של אליהו. די משפחה שטעלט זיך אויף מיט עקסטאז, א העכערקייט שפירט זיך אין די לופט. די בעכער איז פול מלא על כל גדותיו, און דער קליינער שטייט און שפעקולירט צו גייט טאקע פעהלן אביסעל פון די וויין? שעפעלע, יעצט. יעצט גייט מען שוין עפענען די טיר, גיי עפן אויף די טיר פאר אליהו הנביא! מער מער, אינגאנצן, פיין. שפוך חמתך אל הגוייייים אשר לא ידעוךךךך.... ותשמידם מתחת שמי ה'... יעדער זעצט זיך אראפ, און מיין יונגעל האלט נישט ביים פארמאכן די טיר. שעפעלע, קענסט שוין צומאכן. פארוואס? אליהו הנביא איז נאך נישט געקומען? ווען דאס גלאטע שטערן ווערט איהם א טראפקעלע פארקנייטשט. זיכער איז ער געקומען, ער האט אפילו געטרונקען אביסעל פון אונזער וויין. אבער טאטי, כהאב איהם נישט געזעהן, טענה'ט ער, ווען אין די ווינקל פון זיינע אויגן באווייזט זיך א פארדעכטיגטע גלאנץ. אליהו הנביא קען מען נישט זעהן, שעפעלע. אליהו הנביא איז א מלאך, אונז גלייבן אז ער איז געקומען אין אונזער הויז און געטרונקען פון זיין כוס, און אויך גייט ער צי אלע אידישע הייזער וואו מען עפנט איהם די טיר. די טיר האט זיך פארקלאפט און פון זיינע פארטרערטע אויגן גליטשט זיך ארויס א בריעדיגע טרער. אבער, אבער טאטי, וואו איז ער? * יא טאטע. האסט אונז געגעבן א הייליגע יו"ט פסח. א געהויבענע יו"ט. א יו"ט וואס מיר זאלן שפירן א נאנטקייט צו דיר. א יו"ט וואס מיר זאלן חזר'ן און זיך דערגרונטעווען, אריינעמען און אריינבאקן אין זיך, דיין גרויסן נאמען. דיין כח, דיין ווואונדער, דיין השגחה פרטית אויף יעדן טריט און שריט. פאריאר זענען מיר געזיצן ביים סדר, און אויסגערופן הויעך 'לשנה הבא בירושלים', מיר האבן געגלייבט, באמת געגלייבט, און אזוי געהאפט, און אזוי געבעטן, 'לשנה הבא בירושלים'. געענדיגט מיטן גלות, מיר וועלן מער נישט פראווען נאך א יאר אין דעם ביטערן גשמיות'דיגע תפיסה. מיר וועלן זיצן אין ירושלים ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים. און עס איז נאך א יאר אריבער. און מיר זעצן זיך נאכאמאל צום סדר. עס זאגט זיך אזוי גרינג, אבער וויפל ליגט אונטער די ווארט נ-א-ך א י-א-ר?! נאך א יאר אין דעם ביטערן גלות, נאך א יאר אין דעם ביטערן חשכות. עס איז ביטער אויפן הארצן, ביטער אויפן געוויסן. חושך, חושך ואפילה אין פולן זוהן פון ווארט. אויב האט מען פאר טויזנט יאר צוריק געוויינט אויף 'נאך א יאר' אין גלות, וויפל טרערן און גייסטישע כוחות פאדערט פון אונז דער 'נאך א יאר' תשע"ה?! מיר שטעלן זיך דאווענען יעדן טאג, אין דעם ווירבל פון דאגות, אינעם געמיש פון רוישיגע דערקוטשנדע מחשבות. און מיר גלייבן, מיר האבן פעלזן פעסטע אמונה אז דו שטייסט נעבן אונז און דו הערסט יעדעס איינציג ווארט. דו ווארטסט צו הערן אונזער תפילה. כי אתה שומע כל פה. מיט אן אמת'ע תמימות'דיגע אמונה. מיר גייען ארויס אין גאס פאר פרנסה. אבער נישט קיין גאס, נאר א טמא'נע גאס. א גאס פון נסיונות, א גאס פול מיט כפירה מינות און תאוות רעות, און מיר שטייען ביי א רויט לייט, מיר פארמאכן זיך די אויגן. יעדער פון אונז שלעפט זיין אייגן פעקל, איינעמס שווערער איינעמס גרינגער. מיט א קליין פעקל פון רויע טייג זענען מיר ארויס פון מצרים, אן וויסן, אן פארשטיין, נאר געגלייבט! געגלייבט אז דו קענסט העלפן און דו העלפסט, דו קענסט אלעס און דו ווייסט אז אזוי דארף זיין. תשע"ה גייען מיר נעמען דעם זעקל, די האלבער יחץ, און מיר גייען עס ארויפלייגן אויף די אקסלען, און זינגען פאר אונזערע קינדער "אזוי זענען די אידן ארויס פון מצרים", יא ממש אזוי, נאר איין חילוק, דעמאלט איז געליגען דערינען טייג, היינט ליגט דערין שווערע שטיינער! אבער מיר שלעפן עס מיט א תמימות, ווייל מיר גלייבן, מיר ווייסן, אז דו השי"ת וועט העלפן! ס'שווער, זייער שווער, ביטער שווער. און מיר טראכטן, רבוש"ע דו ביסט מיט מיר, דו זעהסט וואס איך טוה, דו ווארטסט איך זאל מיר מתגבר זיין אויף די נסיונות. מיר גלייבן. ווי מיין קליינע יונגעלע וואס גלייבט, גלייבט באמת, און עפנט תמימות'דיג אויף די טיר. דער הייליגער בעלזער רב (מהרי"ד – לפי זכרוני) זי"ע טייטש 'השתא הכא' יעצט זענען מיר נאך דא, יא יא, אבער נישט אויף צי לאנג, נישט מער ווי נאך א יאר וועלן מיר קענען זוכה זיין צו די גרויסע מדריגה פון ואמונתך בלילות, אט אט און מיר וועלן שוין נישט זיין אין די גרויסע מדריגה, נאר 'לשנה הבא בארעא דישראל'! מען וועט מער נישט זוכה זיין צו דעם. גלייבן איז גרעסער ווי זעהן – האבן צדיקים געזאגט. מיר האבן געגלייבט און מיר גלייבן ווייטער. יא, טאטע, דו וועסט אונז אויסלייזן פון דעם יאך. נאר דו. אבער טאטע וואו ביסטו? מיר ווילן דיר 'זעהן'! ותחזינ"ה עינינו בשובך לציון ברחמים! אדיר הוא יבנה ביתו בקרוב במהרה בימינו.


Opmerkingen


©Endetzadick

bottom of page