!א קלאפ מיטן האמער'ל
- ענדע
- Oct 24, 2017
- 2 min read

א קלאפ מיטן האמער'ל!
די בנין איז א ריזיגער בנין, הויעכע שטאקן און הערליכע אויסגעשניצטע טויערן, ריזיגע זיילן ענטפאנגען דעם אריינקומער, וואס פירן אריין צו די לאנגע קארידארן און אויגפארכאפענדע זאלן. ברייטע לענגליכע שטיגן פארנט פונעם בנין, וואס אויף יעדע איינער שטייט א סאלדאט מיט געביגעלטע מונדירן און א גרויסער ביקס, וואס ווארפט אן א פחד און צומישעניש פאר יעדען וואס קומט נאר אריין, אויפן דאך פלאטערט א פאן פון יוסטיץ. דער בית משפט! דער גרויסער זאל ווערט צוביסלעך מער און מער פול, די אלע זייטיגע שטיבלעך זענען שוין אויך אויסגעלייגט מיט פילע בענקלעך, צו אקאמאדירן דער ריזן עולם וואס ווערט ערווארטעט, אלע גאלעריען פון ארום זענען שוין איבערגעפולט עד אפס מקום, די צייטונג שרייבער און פאליצייאישע אויספארשער יעדער אויף זיין באשטימטע ווינקל, ווען אויפן אויבן אן שטארט ארויס דער הויעכער שווארץ לעדערנע בענקל, און מען ווארט. די משפחה, אלע ידידים און גוטע פריינד, אלע זענען פארזאמעלט מיט אנגעצויגענע געזיכטער, א שרעק ליגט אויסגעצויגן אויפן פנים, מען פרובירט צו האפן אויפן בעסטן און זיך רישן אויפן ערגסטן, די פראסעקיוטער בעטן אזויפיל ווי 35 יאר טורמע! א קלאפ מיטן האמער'ל! א דינערדיגע שטילקייט שפרייט זיך אויס אין זאל, אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום טיר, ווען די סוויטע פון שמשמים און אנקלעגער קומען אריין, האלטענדיג די טעקעס מיט די פילע באווייזן, די מצב קוקט נישט אויס גוט.. און ביים עק פון זאל אונטער פארמאכטע גראטעס זיצט דער אנגעקלאגטער, די הענט פארבינדן אויף הונטערווילכעס מיט אייזערנע קייטעלעך, אנגעטאן אין די אראנדזשע תפיסה בגדים, און שמייכעלט... אלס א נייגעריגער בטבע, ריק איך מיר צו נענטער און נענטער צו יענע ווינקל, יעדע מינוט גיי איך אביסעלע נאנטער, אזא ספעקטאל זעה מען נישט יעדן טאג. איך מוז דערגיין דעם סוד פון די שמייכעל! זייענדיג שוין גאר נאנט, אזוי שטילערהייט – די היטער זאלן נישט באמערקן, גיב איך איהם א ציה אין די פלייצע.. זאג נאר, וואס איז פשט פון די שמייכעל? אזוי גוט ערווארטסטו דיינע יארן אין תפיסה? זאגט ער מיר אזוי שטילעהייט, הער אויס, איך בין געוואויר געווארן א סוד... מיין טאטע איז דער שופט! * טייערע חברים האט'ס מיר א זיס געבענטשט לעכטיג יאר! זאלט איר אלע אנגעשריבן לאלתר לחיים טובים! עס זאל קומען אויף אונז אלע, א יאר פול מיט נחת פרנסה און גליק! מיר זאלן אלע ארויסגיין זכאי ביום הדין! די השפעות זאלן זיך גיסן איבער די ברעגעס, עד שיבלו שפשותינו מלומר די! ואמר כל העם אמן
Commentaires