top of page

!קאלירן הארמאניע

  • ענדע
  • Oct 24, 2017
  • 1 min read

קאלירן הארמאניע!

הימל צוגאסן בלויע אקעאנען א תכלת געוועב פרימארגן אויפשיינען האפענונג באנייט קלארע מוח קוועלער ענערגיע פרישע כח גאלדענע גלעטן העלע שטראל געלע טאבע צושפרייט איבעראל סאמע געווירבל בריאה געלויף סוקסעס. הצלחה בארג ארויף בין השמשות נעפל פייער רינגען רויטע וואלקן טאג פארשלינגען וואקעלדיגע טריט דאגות, זארגן עתיד אומקלאר אומזעהבארע מארגן טאפענדע שווארץ שאטן. שרעק דערדרוקנדע הסתר אין טונקעלן אוועק פינסטער. אומעט פארפרוירן. שטום נסיון פארקראמפט פארהוילענע ארום שווארצע קנויט בלויע שטאם פייער רויט געלע פלאם קאלירן הארמאניע ליכט פראדוצירט צוזאמען די פיר 'אור' פארמירט מצבים פילערליי קאלירן צוזאם קאמבינירן זיי די נשמה פלאם!


留言


©Endetzadick

bottom of page