top of page

!א ווארט איבער ווערטער


א ווארט איבער ווערטער!

א ווארט.

יעדע סארט

אויפן ארט

מער נישט דארט

איין מאל

שטייט זי

צוויי מאל

גייט זי…

אן וויסן

וואסער פליסן

איינער געניסן

צווייטער געביסן

דריי אויער

געבראכן מויער

ברענגען טרויער

ענדיגן זויער

אפענע מויל

געשאסענע קויל

דערשטיקטע קנויל

כאטש אין קאנטראל

שיסן א דעה

כל המוסיף גורע.

חידושים נייע

מלאה הארץ דעה

א ווארט געפלויגן

פייל און בויגן.

ווערטער כהוגן

פיין טוט טויגן

אוי לי אם אומר

פיו ולשונו שומר.

הנה כחומר

זאגן כ׳טרוי-מיר

גיב אכט

מעסט וואג

טראכט טראכט

דאן זאג!

bottom of page